Categories
Audio Sources - Full Text Articles

Benny Mer and Mendy Cahan honored for promoting Yiddish culture in Israel

Listen to this article

בני מער און מענדי קאַהאַן באַקומען פּריזן פֿאַר זייער צושטײַער צו ייִדיש־קולטור אין ישׂראל

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין דער רעזידענץ פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט אין ירושלים אויסגעטיילט לעבנסווערק־אויסצייכענונגען צו צוויי אָנגעזעענע פֿיגורן וואָס האָבן אַ סך צוגעגעבן צו דער ייִדיש־קולטור אין ישׂראל — בני מער און מענדי כּהנא.

די פּרעמיעס זענען צוגעטיילט געוואָרן דורך דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. מיט דער צערעמאָניע האָט אָנגעפֿירט דער פּרעזידענט יצחק הערצאָג אַליין.

ווי אַ צוגאָב האָט די אינסטאַנץ געשאַפֿן יוטוב־ווידעאָס, וווּ די צוויי געווינערס דערציילן אַ ביסל וועגן זייער לעבן און צילן אין זייער קולטור־אַרבעט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

בני מער איז אַ ייִדישער פֿאָרשער, איבערזעצער און דער מחבר פֿונעם בוך (אויף העברעיִש) „סמאָטשע: די ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער גאַס אין וואַרשע“. אַ געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור בײַ דער צײַטונג „האָרץ“, שרײַבט ער הײַנט אויף ייִדיש פֿאַרן פֿאָרווערטס.

מענדי כּהנא איז אַ טאַלאַנטירטער זינגער, אַקטיאָר און דער גרינדער פֿון דער פּאָפּולערער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש“ אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס ציט שוין יאָרן לאַנג צו אַ סך יונגע לײַט און וואָס אינעם לאָקאַל געפֿינט זיך אַן אויסערגעוויינטלעכע ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער.

The post Benny Mer and Mendy Cahan honored for promoting Yiddish culture in Israel appeared first on The Forward.

Advertisements | Advertising at The News And Times - advertising-newsandtimes.com | WE CONNECT!
WP Radio
WP Radio
OFFLINE LIVE